אינסעקט
אינסעקטן | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||
|
אינזעקטן זענען די גרױסע גרופּע פֿון אַרטראָפאָדן און די מערסט צושפּרײטע און פֿאַרשידענאַרטיקע גרופּע פֿון בעלי חיים אױף דער ערד, מיט איבער אַ מיליאָן שױן דעפענירטע זגאלן - מער פֿון אַלע אַנדערע בעלי חיים גרופּעס צוזאַמען.
אינעזקטן געפֿינען זיך כּמעט אין אַלע סבֿיבֿות אױף דער פּלאַנעט, כאָטש בלױז אַ קלײנער נומער פֿון זגאַלן געפֿינט זיך אינעם אָקעאַן אַװוּ די קרעבסן פֿירן זיך צו געפֿינען דאָרטן מער אַנשטאָט אינזעקטן.
די גרעסטע גרופּעס פֿון אינזעקטן זענען די זשוקעס מיט 360,000 דאקומענטירטע זגאַלן, פלאטערלעך (170,000), פֿליגן און מאָסקיטן (120,000) און דער סדר פֿון בינען, װעספּן און מוראַשקעס (110,000).
די שאַצונגן פֿונעם נומער פֿון איצטיקע אינזעקט זגאַלן, אַרײַנגערעכנט די דאָזיקע פֿאָרמען װאָס זענען נאָך נישט באַװאוסט פֿאַר דער װיסנשאַפֿט, לױפֿט פֿון צװײ מיליאָן ביז פופציג מיליאָן, און די נײַערע שטודיעס געבן אביסל אַ קלענערען נומער פון בערך זעקס צו צען מיליאָן.
דערװאַקסענע מאָדערנע אינזעקטן קומען אן צו א גרויסקייט פון 0.139 מילימיטער מיימאריד וועספ צו אַ 55.5 סענטימיטער לאַנג שטעקן אינזעקט.
דער גרעסטער דאָקומענטירטער אינזעקט איז אַ גיגאַנטישע וועטאַ (בײַ 70 גראםס), אָבער אַנדערע גרויסע סארטן טוען אױך ארײַנרעכענען פאַרשידענע סאָרטן פֿון די גליזשוקעס.
די לערנונגען איבער אינזעקטן װערט אַנגערופֿן אין װיסנשאַפֿט ענטאמאלאגיע.