לדלג לתוכן

סערעט

פֿון װיקיפּעדיע
סערעט
Siret
מדינה / טעריטאָריע רומעניע
קאָאָרדינאַטן 47°57′N 26°4′E / 47.950°N 26.067°E / 47.950; 26.067קאארדינאטן: 47°57′N 26°4′E / 47.950°N 26.067°E / 47.950; 26.067
פראווינץ שאץ
בירגערמייסטער אדריאן פאפאלו
שטח 43.40 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל

9,358‏  (שטייענדיג 2002)
http://www.primariasiret.ro/

סערעט (רומעניש: Siret; דײַטש: Sereth, פּויליש: Seret) איז א שטעטל אין שאץ פראווינץ, צפון רומעניע, און איז פון די עלטסטע שטעטלעך אין, און אן אמאליגע הויפטשטאט פון דער געוועזענער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. ער געפינט זיך 2 km פונעם גרענעץ מיט אוקראינע, און איז איינער פון די הויפט אדורכגאנג פונקטן אין צפון פון לאנד, מיט סיי א שאסיי גרענעץ פונקט סיי א באן פארבינדונג.

דאס שטעטל האט געהאט א יידישע קהילה. רבי שמואל שמעלקא רובין (אן אייניקל פון רבי נפתלי ראפשיצער און רבי שלום פון בעלזא) האט געפירט א רביסטעווע פון תרל"ה ביז זיין פטירה אין תרס"א. זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי פנחס מנחם מענדל ביז ער איז אומגעקומען אינעם חורבן אייראפע.

איינער פון די אדמורי"ם פון וויזשניץ, רבי ברוך האגער, דער "מקור ברוך" איז געווען שטאטס רב אין סערעט, און איז געווען דער גרינדער פונעם סערעט וויזשניץ הויף. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער זיך באזעצט אין חיפה, וואו געפינט זיך דער פערטל פון די סערעט וויזשניצער חסידים.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סערעט