לדלג לתוכן

ט"ו בשבט

פֿון װיקיפּעדיע
ראזשינקעס

יום ט"ו בשבט אדער חמשה עשר בשבט איז דער ראש השנה לאילנות, איינע פון די פיר ראש השנה'ס וואס זענען דערמאנט אין מסכת ראש השנה. היינטיגע צייטן איז דער טאג א שטיקל יו"ט.

אַזוי ווי עס שטייט אין משניות:

”ארבעה ראשי שנים הם: באחד בניסן ראש השנה למלכים ולרגלים; באחד באלול ראש השנה למעשר בהמה; באחד בתשרי ראש השנה לשנים לשמיטין וליובלות לנטיעה ולירקות; באחד בשבט ראש השנה לאילן, כדברי בית שמאי, בית הלל אומרים - בחמישה עשר בו.” (ראש השנה א א)

דאס הייסט אז, לויט בית הלל, די פירות וואס הייבן אן צו וואקסן נאך ט"ו בשבט ווערן גע'מעשר'ט באזונדער פון די פאריאריגע פירות. אויך רעכנט מען פון דעם טאג די יארן פון ערלה און נטע רבעי.

ט"ו בשבט פירט מען זיך צו עסן זיסע טרוקענע פרוכטן פון די אויסדערוועלטע פרוכטן אין ארץ ישראל, ניסלעך מיט מאַנדלען. אין אייראפע איז נישט געווען מעגלעך צו באקומען פירות פון ארץ ישראל אינמיטן ווינטער, פלעג מען עסן באקסערן וואס איז יא געווען בנמצא.

פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזוי ווי חמשה עשר בשבט ווערט גערעכנט אלס א שטיקל יו"ט זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען. אין רוב קהילות זאגט מען אויך נישט קיין תחנון צו מנחה דעם פריערדיגן טאג.


ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית