לדלג לתוכן

אונטער גליל

פֿון װיקיפּעדיע
אונטער גליל
פעלט סארט יישוב (פליכטלעכער פּאַראַמעטער)

דער אונטער גליל איז א ראיאן אין צפון פון ארץ ישראל. זײַנע גרענעצן זענען דער יזרעאל טאל אין דרום, דער ים כנרת טבריא פון טבריא און ירדן טאל אין מזרח, דער אויבער גליל אין צפון און דער זבולון טאל און דאס עכו פֿלאכלאנד אין מערב. דער אונטער גליל איז דער דרומדיקער טייל פונעם גליל. ער הייסט "תחתון" ווײַל ער האט נישט אזויפֿיל בערג ווי דער אויבער גליל, און איז טאקע דער נידעריגסטער בארגדיקער ראיאן אין ארץ-ישראל. די שפיצן פון דעם אונטער גליל הייבן זיך ביז 500 מעטער איבערן ים-שפיגל, די העכסטע שפיצן זענען הר כמון (598 מ') אין צפון טייל פונעם אונטער גליל און הר תבור (588 מ') אינעם דרום טייל.

הר תבור

דער אונטער גליל איז אינגאנצן נידעריגע בערג פֿון מזרח צו מערב, מיט עטלעכע ברייטע טאלן אינצווישן, למשל בקעת בית נטופה און בקעת בית הכרם. אין מערב פונעם אונטער גליל געפֿינען זיך נידעריגע בערג (200-300 מ') באדעקט מיט דעמב וועלדער, אין צענטראלן אונטער גליל ווערט דער שטח מער בארגדיק און אין מזרח איז א פֿלאכער באזאלט אין א הייך פֿון 300 מ' איבערן ים-שפיגל.

דער לאנדשאפֿט פונעם אונטער גליל איז ווינציגער דראמאטיש ווי דער אויבער גליל, אבער גרינער, פֿרידלעכער און שטילער.

א שיינער טייל פון די לאנדווירטשאפט פראדוקטן פֿונם לאנד ישראל קומען פֿון דעם אונטער גליל.

די ערד אינעם אונטער גליל איז קרייד, טערע רויזע און באזאלט.

דער אונטער גליל איז אין דעם צפון ישראל דיסטריקט.


דרויסנדיקע פֿארבינדונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]