פעריאדישע טאבעלע
די פעריאדישע טאבעלע פון די כעמישע עלעמענטן איז א טאבעלירטע מעטאדע צו ווײַזן די כעמישע עלעמענטן. זי איז ערפֿינדן פונעם רוסישן כעמיקער דמיטרי מענדלעעוו אום 1869. מענדלעעוו האט געהאט אינזינען אז די טאבעלע וועט ווײַזן אז דער סדר פון די עלעמענטן האט א גאנג וואס חזרט זיך איבער ("פעריאדיש"). במשך די יארן האט מען פארברייטערט דעם אויסלייג פון דער טאבעלע, ווען מען האט אנטפלעקט נייע עלעמענטן.[1]
די טאבעלע ווערט ברייט אנגעווענדט אין כעמיע, פיזיק, ביאלאגיע און אינזשעניריע, ספעציעל כעמישע אינזשעניריע. די סטאנדארטע טאבעלע אנטהאלט 118 עלעמענטן (דעצעמבער, 2015).
די רייעס פון דער טאבעלע רופט מען פעריאדן; די זיילן רופט מען גרופעס. זעקס גרופעס (זיילן) האבן אויך נעמען אויך נומערן: צום ביישפיל, גרופע 17 עלעמענטן זענען די האלאגענס; און גרופע 18, די איידעלע גאזן. פון דער פעריאדישער טאבעלע קען מען ארויסדרינגען פארהעלטענישן צווישן די אייגנשאפטן פון די עלעמענטן, און מען קען פֿאראויסזאגן די אייגנשאפטן פון נייע עלעמענט וואס מען האט נאך נישט אנטפלעקט. די פעריאדישע טאבעלע איז א ניצבארער ראם צו אנאליזירן כעמישע אויפפירונג און איז ברייט באניצט אין כעמיע און אנדערע וויסנשאפטן.
אנדערע כעמיקער אחוץ מענדלעעוו האבן פארגעשטעלט פארשידענע טאבעלעס פון די כעמישע עלעמענטן, אבער מענדעלעעוו׳ס איז געווען די מערסט געלונגענע. אריגינעל האט ער אריינגעלייגט די עלעמענטן לויטן סדר פון זייער אטאמישן געוויכט, אבער היינט איז די טאבעלע אויסגעלייגט לויטן אטאמישן נומער. דער גרויסער דערפאלג פון מענדעלעעוו׳ס טאבעלע איז געווען פאראויסזאגן די עלעמענטן סקאנדיום, גאליום און גערמאניום, וואס מען האט נישט געוואוסט פון זיי ווען ער האט געשאפן זיין טאבעלע, אבער שפעטער האט מען זיי אנטפלעקט גענוי אין די פעלנדע פלעצער אין דער טאבעלע.
איבערבליק
רעדאַקטירןגרופע ← | 18 | 17 | 16 | 15 | 14 | 13 | 12 | 11 | 10 | 9 | 8 | 7 | 6 | 5 | 4 | 3 | 2 | 1 | ||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
↓ פעריאד | ||||||||||||||||||||
1 | 2 He |
1 H | ||||||||||||||||||
2 | 10 Ne |
9 F |
8 O |
7 N |
6 C |
5 B |
4 Be |
3 Li | ||||||||||||
3 | 18 Ar |
17 Cl |
16 S |
15 P |
14 Si |
13 Al |
12 Mg |
11 Na | ||||||||||||
4 | 36 Kr |
35 Br |
34 Se |
33 As |
32 Ge |
31 Ga |
30 Zn |
29 Cu |
28 Ni |
27 Co |
26 Fe |
25 Mn |
24 Cr |
23 V |
22 Ti |
21 Sc |
20 Ca |
19 K | ||
5 | 54 Xe |
53 I |
52 Te |
51 Sb |
50 Sn |
49 In |
48 Cd |
47 Ag |
46 Pd |
45 Rh |
44 Ru |
43 Tc |
42 Mo |
41 Nb |
40 Zr |
39 Y |
38 Sr |
37 Rb | ||
6 | 86 Rn |
85 At |
84 Po |
83 Bi |
82 Pb |
81 Tl |
80 Hg |
79 Au |
78 Pt |
77 Ir |
76 Os |
75 Re |
74 W |
73 Ta |
72 Hf |
* | 56 Ba |
55 Cs | ||
7 | 118 Og |
117 Ts |
116 Lv |
115 Mc |
114 Fl |
113 Nh |
112 Cn |
111 Rg |
110 Ds |
109 Mt |
108 Hs |
107 Bh |
106 Sg |
105 Db |
104 Rf |
** | 88 Ra |
87 Fr | ||
* לאנטאנידן: | 71 Lu |
70 Yb |
69 Tm |
68 Er |
67 Ho |
66 Dy |
65 Tb |
64 Gd |
63 Eu |
62 Sm |
61 Pm |
60 Nd |
59 Pr |
58 Ce |
57 La |
|||||
** אקטינידן: | 103 Lr |
102 No |
101 Md |
100 Fm |
99 Es |
98 Cf |
97 Bk |
96 Cm |
95 Am |
94 Pu |
93 Np |
92 U |
91 Pa |
90 Th |
89 Ac |
עלעמענט קאטעגאריעס אין דער פעריאדישער טאבעלע
מעטאלן | האלבמעטאלן | נישט-מעטאלן | אומבאקאנט | |||||||
אלקאלי מעטאלן | אלקאלי ערד מעטאלן | אינעווייניגסטע איבערגאנג עלעמענטן | איבערגאנג עלעמענטן | אנדערע מעטאלן | אנדערע נישט-מעטאלן | האלאגענס | איידעלע גאזן | |||
לאנטאנידן | אקטינידן |
די פֿארבן פון די אטאם נומערן ווײַזן דעם צושטאנד ביי נארמאלע טעמפעראטור (0º) און דריק: |
בלוי - פליסיקייטן ; גרין - גאזן, שווארץ - סאלידן; גרא -אומבאקאנט. |
רויט - עלעמענטן וואס מען געפינט נישט אין נאטור, נאר געמאכט. |
יעדער כעמישער עלעמענט האט א באזונדערע אטאם-נומער (Z) וואס רעפרעזענטירט די צאל פראטאנען אין זיין קערן. רוב עלעמענטן האבן פֿארשיידענע צאלן נייטראנען צווישן פֿארשיידענע אטאמען, און די וואריאנטן ווערן גערופן איזאטאפן. צום ביישפיל, קוילנשטאף האט דריי נאטירלעכע איזאטאפן: אלע זיינע אטאמען האבן זעקס פראטאנען און כמעט אלע האבן אויך זעקס נייטראנען, אבער אומעגעפער איין פראצענט האבן זיבן נייטראנען, און גאר א קליינע צאל האבן אכט נייטראנען. מען צעטיילט נישט איזאטאפן אין דער פעריאדישער טאבעלע; זיי ווערן שטענדיג געזאמלט צוזאמען אונטער איין עלעמענט. עלעמנעטן וואס האבן נישט קיין סטאבילע איזאטאפן האבן די אטאם־מאסעס פון זייערע מערסט סטאבילע איזאטאפן געשריבן איינגעקלאמערט.
אין דער סטאנדארטער פעריאדישער טאבעלע באשיינען די עלעמענטן לויטן סדר פון אטאם־נומער (די צאל פראטאנען אינעם קערן פון אן אטאם) ארויף. א נייע רייע (פעריאד) הייבט אן ווען א נייע עלעקטראן־שאָל האט זיין ערשטן עלעקטראן. זיילן (גרופעס) ווערן באשטימט דורך דער עלעקטראן קאנפֿיגוראציע פונעם אטאם; עלעמענטן מיט דער זעלבער צאָל עלעקטראן אין א געוויסן אונטער־שאל ליגן אין די זעלבע זיילן (למשל וואסערשטאף און סעלעניום באווייזן זיך אינעם זעלבן זייל ווייל זיי האבן ביידע פֿיר עלעקטראנען אינעם דרויסנדיקן p-אונטערשאָל). עלעמענטן מיט ענלעכע כעמישע אייגנשאפֿטן ליגן געוויינטלעך אין דער זעלבער גרופע אין דער פעריאדישער טאבעלע, אויבוואויל אינעם f-בלאק, און אמאל אויך אינעם d-בלאק, האבן אויך עלעמענטן אינעם זעלבן פעריאד ענלעכע אייגנשאפֿטן. אזוי איז פארהעלטנמעסיק גאנץ גרינג פאראויסזאגן די כעמישע אייגנשאפטן פון אן עלעמענט אז מען ווייסט שוין די אייגנשאפטן פון די ארומיגע עלעמענטן.[2]
היינט (2016) האט די פעריאדישע טאבעלע 118 באשטימטע עלעמענטן, פון עלעמענט 1 (וואסערשטאף) ביז 118 (אגענאסאן). די עלעמענטן 113, 115, 117 און 118 האט דער אינטערנאציאנאלער פֿאריין פון ריינער און אנגעווענדעטע כעמיע (IUPAC) אפיציעל באשטעטיקט אין דעצעמבער 2015. זייערע פארגעשלאגענע נעמען, ניהאניום (Nh), מאסקאוויום (Mc), טענעסין (Ts) און אגאַנעסאן (Og) האט IUPAC געמאלדן אין יוני 2016.[3][4] מען האט נישט אפראבירט פֿארמעל ביז נאך א תקופה פון פינעף חדשים פאר הערות וואס לאזט אויס אין נאוועמבער 2016.[5] ביז דעמאלסט זענען זיי געווען באקאנט מיט זייער אטאמישן נומער (למשל "עלעמענט 113"), אדער מיט זייער פראוויזארישן סיסטעמאטישן נאמען ("אונאונטריום", סימבאל "Uut"). אום 1טן דעצעמבער האט מען אפיציעל אנגענומען די נייע נעמען.
די ערשטע 94 עלעמענטן פאסירן נאטורליך; די איבעריגע 24, פון אמעריקיום ביז אגאנעסאן (95–118) פאסירן נאר ווען מען סינטעזירט זיי אין דער לאבאראטאריע.
גרופעס
רעדאַקטירןא גרופע אין דער פעריאדישער טאבעלע איז נארוועלכער זייל פון עלעמענטן מיט אייניקע אייגנשאפטן, וואס זענען באצייכענט דורך די עלעקטראנען אין דער דרויסנדיקער שיכטע. עס זענען פאראן אינגאנצן אכט גרופעס פון עלעמענטן:
- גרופע 1: די אלקאלי מעטאלן זענען די מערסט רעאגירדיקע עלעמענטן, און ווען זיי ווערן געמישט מיט וואסער שאפן זיי זויערן. די עלעמענטן שליסן איין: וואסערשטאף (H) און ליטיום (Li)
- גרופע 2: די אלקאלי ערד מעטאלן
- גרופע 3: די באר פאמיליע
- גרופע 4: די קוילנשטאף פאמיליע
- גרופע 5: די אזאט פאמיליע
- גרופע 6: די זויערשטאף פאמיליע (כאלקאגענען)
- גרופע 7: די האלאגענען אדער פלואר פאמיליע. די זענען נישט גאר רעאגירדיק אבער זיי רעאגירן.
- גרועפ 8: די איידעלע גאזן אדער העליום פאמיליע/נעאן פאמיליע. מען רופט זיי איידעלע גאזן ווייל כמעט רעאגירן זיי נישט. די עלעמענטן שליסן איין :העליום (He) און ארגאן (Ar)
פעריאדן
רעדאַקטירןא פעריאד איז א האריזאנטאלישע שורה אין דער פעריאדישער טאבעלע. כאטש אין אלגעמיין האבן גרופעס שטערקערע פעריאדישע טענדענצן, עס זענען פאראן טיילן וואו די האריזאנטאלישע טענדענצן זענען מער חשוב ווי די ווערטיקאלע גרופע טענדענצן, למשל דער f-בלאק, וואו די לאנטאנידן און אקטינידן שאפן צוויי ממשותדיקע האריזאנטאלישע סעריעס פון עלעמענטן.[6]
עלעמענטן אינעם זעלבן פעריאד האבן טענדענצן אין אטאם־ראדיוס, יאניזאציע ענערגיע און עלעקטראנען נאענטשאפט. אז מען גייט פון לינקס אויף רעכטס אריבער א פעריאד, געוויינלעך גייט אראפ דער אטאם ראדיוס. דאס פאסירט ווייל יעדער פאלגנדער עלעמענט האט א צוגעשטעלטע פראטאן און עלעקטראן, וואס איז גורם אז דער עלעקטראן זאל ווערן צוגעצויגן צום קערן.[7] די דאזיקע ירידה אין אטאם־ראדיוס פועל׳ט אויך אז די יאניזאציע ענערגיע זאל זיך מערן ווען מען גייט פון לינקס אויף רעכטס אריבער א פעריאד. וואס מער שטארק געבונדן איז אן עלעמענט, וואס מער ענערגיע ווערט געפאדערט אוועקצונעמען אן עלעקטראן. אוי ווייזט עלעקטראנען נאענטשאפט עפעס א טענדענץ אריבער א פעריאד. מעטאלן (לינקע זייט פון א פעריאד) האבן אין אלגעמיין א נידעריגערע עלעקטראנען נאענטשאפט ווי נישט־מעטאלן (רעכטע זייט פון א פעריאד), אחוץ די איידעלע גאזן.[8]
מעטאלן, האלבמעטאלן און נישט־מעטאלן
רעדאַקטירןלויט זייערע פיזישע און כעמישע אייגנשאפטן, קען מען קלאסיפיצירן די עלעמענטן אין די הויפט־קאטעגאריעס מעטאלן, האלבמעטאלן און נישט-מעטאלן. מעטאלן זענען אין אלגעמיין גלאנציקע סאלידן וואס זענען גוטע דורכפירערס וואס שאפן געשמעלצן איינס מיט אנאנד, און (אחוץ פון די איידעלע גאזן) יאנישע פארבינדונגען ענלעך צו זאלץ מיט נישט־מעטאלן. נישט־מעטאלן זענען מערסטנס קאלירטע אדער נישט־קאלירטע איזאלירנדע גאזן; נישט־מעטאלן וואס פארבינדן מיט אנדערע נישט־מעטאלן ווייזן קאוואַלענטע בינדונג. צווישן מעטאלן און נישט־מעטאלן געפינען זיך האלבמעטאלן, וואס האבן אינצווישנדיקע אדער געמישטע אייגנשאפטן.[9]
אפענע פראגעס און קאנטראווערסיעס
רעדאַקטירןעלעמענטן מיט אומבאוואוסטע כעמישע אייגנשאפטן
רעדאַקטירןכאטש מען האט אנטפלעקט אלע עלעמענטן ביז אגאנעסאן, פון די עלעמענטן העכער האסיום (עלעמענט 108), האבן נאר קאפערניקום (עלעמענט 112) און פלעראוויום (עלעמענט 114) באוואוסטע כעמישע אייגנשאפטן. די אנדערע עלעמענטן זענען מעגלעך אנדערש ווי מען וואלט פארויסגעזאגט דרוך עקסטראפאלאציע, צוליב רעלאטיוויסטישע עפעקטן; צום ביישפיל, ס׳איז פאראויסגעזאגט אז פלעראוויום האט אפשר אייגנשאפטן פון די איידעלע גאזן , כאטש דערווייל ליגט ער אין דער קוילנשטאף גרופע.[10] לעצטיקע עקספערימענטן אבער לייגן פאר אז פעראוויום איז ענלעך צו בליי, אזוי מען וואלט טאקע געמיינט לויט זיין פלאץ אין דער פעריאדישער טאבעלע.[11]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ IUPAC ארטיקל וועגן פעריאדישער טאבעלע, archived from the original on 2008-02-13, https://web.archive.org/web/20080213082719/http://www.iupac.org/didac/Didac%20Eng/Didac01/Content/S01.htm, דערגרייכט 2008-07-01
- ↑ Gray, זייט 6
- ↑ CNN, Ashley Strickland. נייע עלעמענטן אויף דער פעריאדישער טאבעלע באקומען נעמען.
- ↑ Discovery and assignment of elements with atomic numbers 113, 115, 117 and 118. International Union of Pure and Applied Chemistry (2015-12-30).
- ↑ Hello, Nihonium. Scientists Name 4 New Elements On The Periodic Table.
- ↑ Stoker, S. H. (2007). General, organic, and biological chemistry. New York: Houghton Mifflin, 68. ISBN 978-0-618-73063-6. OCLC 52445586.
- ↑ Mascetta, J. (2003). Chemistry The Easy Way, 4th, New York: Hauppauge, 50. ISBN 978-0-7641-1978-1. OCLC 52047235.
- ↑ (2009) Chemistry and Chemical Reactivity, Volume 2, 7th, Belmont: Thomson Brooks/Cole, 324. ISBN 978-0-495-38712-1. OCLC 220756597.
- ↑ (2006) Chemistry: The molecular nature of matter and change, 4th, New York: McGraw-Hill, 536. ISBN 0-07-111658-3.
- ↑ Schändel, M (2003). The Chemistry of Superheavy Elements. Dordrecht: Kluwer Academic Publishers, 277. ISBN 1-4020-1250-0.
- ↑ Scerri 2011, pp. 142–143